לבֿנה f (levone) – די לבנה איז דער איינציקסטער נאַטורליכער סאטעליט ארום דעם ערד פלאנעט. זי איז איינער פון די גרעסטע נאטירלעכע סאטעליטן אין דער זון סיסטעם.
די ווייטקייט צווישן דער ערד מיט דער לבנה איז 380.000 קילאָמעטער. די לבנה מאַכט די קרייז אין 27.32 טעג. דער געוויינליכער חודש איז לענגער בערך צוויי טעג, ווייל ביידע, די ערד און די לבנה, גייען ארום די זון. די דורכשניטליכע ריכטיגע מאנאַט-צייט איז 29 טעג, 12 שטונדן און 44 מינוט, מיט 3.33 סעקונדעס.
פֿון דער ערד זעט מען שטענדיג די זעלבע זײט פון דער לבנה.
מען קען זען די לבנה פון דער ערד ביינאכט, אויך אפטמאל ביי טאג ווען דער זעבאר טייל פון דער לבנה איז גענוג גרויס. אזוי ווי די לבנה איז נאנט צו דער ערד קען מען זי זען גרינג אן א טעלעסקאפ אדער א בינאקל, און מען קען אפילו דערקענען קראטערן אויף דער לבנה.
די גרייס פון דער לבנה איז א פֿערטל פון דער גרייס פון דער ערד; גראוויטאציע אויף דער לבנה איז שטארק א זעקסטל ווי אויף דער ערד. דער באאיינפלוס פון דער לבנה׳ס גראוויטאציע שאפט די ים-פלייצן אין די ימען און אקעאנען אויף דער ערד, ווי אויך אן ערד-פלייץ.
עס האט ניין פאָרמעל נאמען אנדערעס אלס “די לבנה”, “דער מונד”; אָדער “לונאַ” אין לאַטייניש.
די דורכשניטלישע ווײטקייט צווישן די לבנה און די ערד איז 384,403 קילאָמעטער (238.857 מייל). דער דורכמעסער פון די לבנה איז 3.477 קילאָמעטער.