Category Archives: ייִדיש

יידיש, אידיש אדער יודיש, גערופֿן ביי אידן מאַמע לשון, איז אַ שפּראַך װאָס װערט הײַנט גערעדט פֿון 1.5 מיליאָן יידן און באַקאַנט ביי 3,142,560 מיליאָן מענטשן איבער דער װעלט, בעיקר פֿונעם אַשכנזישן אָפּשטאַם.

במשך פון מער ווי 800 יאר איז יידיש געווען דער מאמע לשון פון א היפשער טייל יידן אין אייראפע, בעיקר אין דעם 19טן און 20סטן י”ה וואס דאן איז יידיש געווען דער מאמע לשון פאר רוב יידן אין אייראפע און ביי די יידישע אימיגראנטן פון אייראפע אין אנדערע לענדער. אין יענע תקופה איז יידיש באנוצט געווארן אויף וואס א שפראך ווערט באנוצט, לשון קודש איז באנוצט געווארן נאר צו דאווענען און שרייבן תורה רייד , אבער אנהייב דעם 20סטן יאר הונדערט האט אליעזר בן יהודה מאדערנעזירט דעם לשון קודש און איר אהערגעשטעלט ווי א גערעדטע שפראך פאר יידן, און עס גערופן העברעאיש. דאן האט העברעאיש אנגעהייבן דינען ווי א גערעדטע שפראך ביי גרויסע טיילן פון יידישן פאלק וואס וואוינען אין ארץ ישראל און בעיקר האט זי איבערגענומען די יידישע שפראך נאך די צווייטע וועלט קריג.

לבֿנה – ייִדיש – Word of the Day (2017-12-03)

לבֿנה‏‎ f (levone) – די לבנה איז דער איינציקסטער נאַטורליכער סאטעליט ארום דעם ערד פלאנעט. זי איז איינער פון די גרעסטע נאטירלעכע סאטעליטן אין דער זון סיסטעם.

די ווייטקייט צווישן דער ערד מיט דער לבנה איז 380.000 קילאָמעטער. די לבנה מאַכט די קרייז אין 27.32 טעג. דער געוויינליכער חודש איז לענגער בערך צוויי טעג, ווייל ביידע, די ערד און די לבנה, גייען ארום די זון. די דורכשניטליכע ריכטיגע מאנאַט-צייט איז 29 טעג, 12 שטונדן און 44 מינוט, מיט 3.33 סעקונדעס.

פֿון דער ערד זעט מען שטענדיג די זעלבע זײט פון דער לבנה.

מען קען זען די לבנה פון דער ערד ביינאכט, אויך אפטמאל ביי טאג ווען דער זעבאר טייל פון דער לבנה איז גענוג גרויס. אזוי ווי די לבנה איז נאנט צו דער ערד קען מען זי זען גרינג אן א טעלעסקאפ אדער א בינאקל, און מען קען אפילו דערקענען קראטערן אויף דער לבנה.

די גרייס פון דער לבנה איז א פֿערטל פון דער גרייס פון דער ערד; גראוויטאציע אויף דער לבנה איז שטארק א זעקסטל ווי אויף דער ערד. דער באאיינפלוס פון דער לבנה׳ס גראוויטאציע שאפט די ים-פלייצן אין די ימען און אקעאנען אויף דער ערד, ווי אויך אן ערד-פלייץ.

עס האט ניין פאָרמעל נאמען אנדערעס אלס “די לבנה”, “דער מונד”; אָדער “לונאַ” אין לאַטייניש.

די דורכשניטלישע ווײטקייט צווישן די לבנה און די ערד איז 384,403 קילאָמעטער (238.857 מייל). דער דורכמעסער פון די לבנה איז 3.477 קילאָמעטער.